Om arbetet med minoritetsspråk
רעגיאָן שטאָקהאָלם טראָגט דאָס אַחריות פֿאַרן שיצן די שוועדישע נאַציאָנאַלע מינאָריטעטן און מינאָריטעט־שפּראַכן. דער וואָס געהערט צו אַ נאַציאָנאַלער מינאָריטעט האָט ספּעציעלע רעכט ווען ס׳קומט צו שפּראַך, קולטור און השפּעה.
זינט 2010 איז עס דאָ אַ געזעץ (2009:724) וועגן נאַציאָנאַלע מינאָריטעטן און מינאָריטעט־שפּראַכן אין שוועדן. לויטן געזעץ מוזן מיר ווי אַ רעגיאָן שיצן און פּראָטעזשירן די נאַציאָנאַלע מינאָריטעט־שפּראַכן. מיר מוזן אויך געבן די מינאָריטעטן השפּעה ווען ס׳קומט צו שײכדיקע ענינים און, ווען מעגלעך, קאָאָפּערירן מיט די מינאָריטעטן אין די דאָזיקע ענינים.
די פֿינף נאַציאָנאַלע מינאָריטעטן אין שוועדן זענען ייִדן, ראָמען, דאָס עלטסט־געזעסענע פֿאָלק די סאַמען, שוועדישע פֿינלענדער און טאָרנעטאָלינגער. די נאַציאָנאַלע מינאָריטעט־שפּראַכן זענען ייִדיש, ראָמאַני טשיב, סאַמיש, פֿיניש און מיענקיעלי. די מינאָריטעטן האָבן אַלע געוווינט אין שוועדן אין משך פֿון אַ לאַנגער ווײַלע און זײ זענען פֿעלקער מיט אַ קלאָרער צוגעהעריקײט צווישן זיך. זײ האָבן אויך אַן אײגענע שפּראַכיקע אָדער קולטורעלע צוגעהעריקײט און אַ ווילן אויפֿצוהיטן זײער אידענטיטעט.
רעגיאָן שטאָקהאָלם איז זינט 2010 אַ פֿאַרוואַלטונג־שטח פֿאַר פֿיניש, און זינט 2019 אויך פֿאַר סאַמיש און מיענקיעלי. דאָס הײסט אַז מיר האָבן אַ שולדיקײט אָנצובאָטן אונדזערע אײַנוווינערס אַ מעגלעכקייט צו קאָמוניקירן אויף פֿיניש, סאַמיש אָדער מיענקיעלי אין סיטואַציעס וווּ אַן אינדיוויד איז אַ טײל פֿון אַ רעגיאָנאַלען ענין.
אָנפֿיר־דאָקומענטן פֿאַר דער רעגיאָנאַלער אַרבעט מיט נאַציאָנאַלע מינאָריטעטן
- אויסהאַלטעוודיקייט־פּאָליטיק
- אויסהאַלטעוודיקײט־סטראַטעגיע
- פּרינציפּן פֿאַר אויסהאַלטעוודיקײט
דאָס געזעץ וועגן נאַציאָנאַלע מינאָריטעטן – דײַנע רעכט
דאָס געזעץ (2009:724) וועגן נאַציאָנאַלע מינאָריטעטן און מינאָריטעט־שפּראַכן איז פֿאַראַן זינט דעם 1טן יאַנואַר 2010. דאָס געזעץ גיט די שוועדישע נאַציאָנאַלע מינאָריטעטן אַ גרונטיקן שיץ און דערצו אויך ספּעציעלע רעכט פֿאַר זײ וואָס וווינען אין אַ פֿאַרוואַלטונג־שטח פֿאַר סאַמיש, מיענקיעלי אָדער פֿיניש.
אין יאַנואַר 2019 האָט מען פֿאַרענדערט דאָס געזעץ כּדי צו ווידער פֿאַרבעסערן די רעכט און שולדיקײטן. דאָס געזעץ וועגן נאַציאָנאַלע מינאָריטעטן און מינאָריטעט־שפּראַכן פֿאַרבײַט די צוויי פֿריִעריקע געזעצן וועגן מינאָריטעט־שפּראַכן. דאָס נײַע געזעץ און זײַנע פֿאַרענדערונגען זענען באַשלאָסן געוואָרן פֿון דעם שוועדישן פּאַרלאַמענט.
- Senast granskad: 26 mars 2024