וועגן רעגיאָן שטאָקהאָלם און ייִדיש
רעגיאָן שטאָקהאָלם איז אַן אָרגאַניזאַציע געפֿירט פֿון פּאָליטיקער וואָס טראָגט דאָס אַחריות פֿאַרן געזונט־סעקטאָר, דעם עפֿנטלעכן טראַנספּאָרט און דער רעגיאָנאַלער אַנטוויקלונג. מיר אַרבעטן אויך מיטן שטיצן דאָס קולטורעלע לעבן.
די פּאָליטישע אָרגאַניזאַציע שליסט אײַן דעם רעגיאָנאַלן פּאַרלאַמענט, די רעגיאָנאַלע אַדמיניסטראַציע, און דערצו אויך אַמטן, פֿראַקציעס און קאָנסולטאַטיווע קאָלעגיעס. דער רעגיאָנאַלער פּאַרלאַמענט איז די העכסטע אינסטאַנץ. ווי אַן אײַנוווינער אין רעגיאָן שטאָקהאָלם שטימט מען יעדע פֿיר יאָר אין די רעגיאָנאַלע וואַלן און באַשליסט אַזוי וועלכע פּאָליטיקער וועלן זיצן אינעם פּאַרלאַמענט. מע שטימט אין דער זעלבער צײַט ווי די נאַציאָנאַלע און קאָמונאַלע וואַלן.
דער געזונט־סעקטאָר
רעגיאָן שטאָקהאָלם טראָגט דאָס אַחריות פֿאַרן פֿאַרזיכערן אַז די אײַנוווינערס פֿון שטאָקהאָלם קאַונטי קריגן דעם נײטיקן געזונט־אָפּהיט. דער געזונט־סעקטאָר איז אונדזער הויפּט־טײל אַרבעט און קריגט בערך 80% פֿון די געלט אין דעם בודזשעט. דער סעקטאָר שליסט אײַן אַלץ פֿון געזונט־אָפּהיט און געזונט־אויפֿהאַלטונג ביז פֿאָרשונג, אויסבילדונג און אַנטוויקלונג.
דאָס אָפּהיטן די צײן
מיר טראָגן אויך דאָס אַחריות פֿאַרן צוטריט צו דענטיסטן. כּדי קינדער און יוגנט זאָלן קענען אָפּהיטן די צײן איז עס דאָ אַ ספּעציעלע עקאָנאָמיש שטיצע פֿאַר זײ וואָס נײטיקן זיך שטאַרק אין הילף און אָפּהיט באַצאָלט פֿון רעגיאָן שטאָקהאָלם.
דער פּאַציענט־אַמט
טאָמער האָט מען אַ טענה וועגן דעם אָפּהיט פֿון זיך אַלײן אָדער אַ מיטגליד פֿון זײַן משפּחה, קען מען זיך ווענדן צום פּאַציענט־אַמט וואָס קענען העלפֿן מיטן קריגן אַן ענטפֿער פֿונעם געזונט־געבער.
דער עפֿנטלעכער טראַנספּאָרט
מיר טראָגן אויך דאָס אַחריות פֿאַרן עפֿנטלעכן טראַנספּאָרט אינעם קאַנטי און פֿאַרזיכערן אַז מע קען פֿאָרן מיט אויטאָבוס, סאָבווײ, באַן, טראַמווײַ און אַרכיפּעלאַג־שיפֿל. איצט אינוועסטירן מיר אַ סך געלט אינעם עפֿנטלעכן טראַנספּאָרט, למשל דורכן אויסבויען דעם סאָבווײ צו באַרקאַבי, נאַקאַ און אַרענאַסטאַדן.
די רעגיאָנאַלע אַנטוויקלונג
מיר טראָגן דערצו אויך דאָס אַחריות פֿאַרן אָנפֿירן מיט דער אַרבעט פֿאַר אַן אויסהאַלטעוודיקער אַנטוויקלונג אין שטאָקהאָלם. מיר פּלאַנירן וווּ צו בויען די צוקונפֿטיקע אַרבעט־ערטער און וווינונגען און פֿאַרזיכערן אַז עס איז דאָ אַ באַלאַנץ צווישן דעם עקאָנאָמישן וווּקס, דעם סאָציאַלן פֿאַרזאָרג און דעם שיצן די נאַטור־סבֿיבֿה.
קולטור
מיר אַרבעטן כּדי צו פֿאַרבעסערן דעם צוטריט צו קולטור און כּדי בײַצושטײַערן אַ פֿאַרהעכערטע אָנטײלנעמונג און בילדונג. מיר טראָגן אויך דאָס אַחריות פֿאַרן שטיצן קולטור, פֿאָלקסבילדונג און ספּאָרט און פֿאַראײניקונגען. מיר זאָלן שטיצן אַ פֿילמיניקע גרופּע אָרגאַניזאַציעס ווען עס קומט צו קולטורעלע און קינסטלערישע אויסדרוקן, קולער און מעטאָדן.
- Senast granskad: 4 mars 2024